לאנדאן - א טיפע אנגעצויגנקייט און שרעק הערשט אין גאנץ ענגלאנד, נאכדעם וואס א פרישע טעראר אטאקע האט פאסירט אין לאנדאן, דאסמאל ווען א מאכטפולע באמבע האט אויפגעריסן פרייטאג צופרי אויף א באן, פון וועלכן העכער 20 זענען פארוואונדעט געווארן, שטעלנדיג דאס גאנצע לאנד אויף א גאר הויכן אלערט און זארג פון א באלדיגער פרישער אטאקע.

די אייסיס טעראר גרופע איז שפעטער ארויסגעקומען און געזאגט, אז א מיטגליד פון א גרופע וועלכע איז מיט זיי נאענט אפיליאירט האט דורכגעפירט די אטאקע, טראץ וואס די בריטישע קאנטער-טעראריזם אויטאריטעטן האבן געזאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין באווייזן איבער אן אויסלענדישע פארבינדונג מיט דער אטאקע.

פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי האט פרייטאג געהעכערט דעם טעראר אלערט שטאפל צום העכסטן פונקט: ״קריטיש״, וואס באדייט אז ס'איז דא א באלדיגע געפאר פון נאך אן אטאקע, און דאס בריטישע מיליטער איז אקטיוויזירט געווארן צו באשיצן אלע וויכטיגע ערטער איבער׳ן לאנד, אריינגערעכנט גרויסע טוריזם פונקטן און נוקלעארע איינריכטונגען, וואס טעראריסטן זוכן צו צילן.

נעכטן שבת האבן די אויטאריטעטן געזאגט, אז זייערע אויספארשונגען צו דערגיין ווער עס איז געשטאנען אונטער די אטאקע גייט ווייטער העפטיג אן. , אין פארבינדונג מיט דער אויספארשונג, איז אן אכצן יעריגער פארשוין ארעסטירט געווארן ביים ״דאווער״ פּארט, וואו שיפן פארן נאכאנאנד ארויס קיין פראנקרייך, און דער פּארט איז צייטווייליג עוואקואירט געווארן.

בילד: פרישע טעראר אטאקע טרייסלט אויף ענגלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל