סטעטן איילענד, ניו יארק – "סטעטן איילענד יוניווערסיטעט" שפיטאל האט געמאלדן אז זי וועט זיך לאזן קאסטן $9.9 מיליאן צו טוישן איינס פון די אפעראציע-צימערן אין איר צפון געביידע, צו א "הייבריד" אפעראציע-צימער.

"דאס שענקט די מעגליכקייט צו כאפן די בעסטע בילדער און אפערירן אויפ'ן ארט אויב נויטיג," זאגט דר. מייקל בערנשטיין, פארזיצער פון אפעראציע אפטיילונג אין שפיטאל. "עס באפרייט אויך די 'ראדיאלאדזשי' אפטיילונג און אנדערע אפעראציע צימערן, פאר מילדערע פעלער."

דער סארט פארגעשריטענער אפעראציע צימער וועט אויך פארמאגן פלאץ פאר א "ראדיאלאדזשיק טעקנישן" צו קאנטראלירן די כלים אויפ'ן ארט. דאקטוירים וועלן דורכדעם האפנטליך קענען באפרייען פאציענטן פון שפיטאל געזונטער, שנעלער און מיט ווייניגער קאמפליקאציעס.

בילד: סטעטן איילענד יוניווערסיטעט וועט האבן א הייבריד אפעראציע-צימער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל