פרעזידענט טראמפ וועט אין בעפארברייטונג צום נייעם יאר אפהאלטן א טעלעפאנישע קאנפערענץ מיט פירער פון אידישע קערפארשאפטן איבער׳ן לאנד, דאס ווייסע הויז האט ארויסגעשיקט א אימעיל צו צענדליגע אידישע פיגורן וועלכע שטייען אין שפיץ פון ארגאניזאציעס אין וועלכע זיי שרייבן ״צו אפצייכענען די אידישע ימים טובים טוט פרעזידענט טראמפ אייך איינלאדענען צו א קאנפערענץ קאל אין וועלכע ער וועט דיסקוטירן מיט אידישע פירער די וויכטיגע אנלעגנהייטן וועלכע זענען וויכטיג פאר די אידישע געמיינדע״.

די טראדיציע פון אפהאלטן א טעלעפאן געשפרעך איז איינגעפריט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא, דאס איז איינע פון די שריט פון פרעזידענט אבאמא צו אפצייכענען אידישע ימים טובים, און פרעזידענט טראמפ זוכט דאס צו אנהאלטן. אבער עטליכע רעפארם און קאנסערוואטיווע גרופעס האבן צוריקגעוויזן די איינלאדענונג און געזאגט אז זיי ווילן נישט רעדן מיט׳ן פרעזידענט וויבאלד ער טוט נישט גענוג צו אדרעסירן אנטי-סעמיטיזם און ראסיזם אין אמעריקע.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן טעלעפאנישע געשפרעך מיט אידישע פירער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל