קורץ נאך די אטאקע ווען די פאליציי האלט נאך אינמיטן צוזאמענטשעלן דאס בילד האט שוין דער אמעריקאנער פרעזידעט געהאט א פונטקליכע אנאליז איבער די אטאקע. די פאליציי האט האט נישט ארויסגעגעבן פונטקליך די דעטאלן פון זייער אויספארשונג און אויב זיי האבן געכאפט דעם טעראריסט, און האבן געבעטן הילף פון די פאבליק און אפעלירט צו די וועלכע האבן ווידיאוס און בילדער אז מען זאל עס אריינשיקן צו די אויטאריטעטן.

אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן טראמפ פון ארויסשיקן א טוויט אין וועלכע ער שרייבט אז ״די קראנקהאפטיגע אטאקע איז דורכגעפירט געווארן דורך טעראריסטן וועלכע זענען געווען באקאנט פאר די געהיים פאליציי״ און דערמיט אנגעדייטעט אז די בריטישע אויטאריטעטן וואלטן געקענט פארמיידן די אטאקע. ער האט דאן געזאגט אז די אטאקע צייגט אז מען דארף לייגן מער קאנטראל אויף אינטערנעט רעקרוטירונג דורך טעראר ארגאניזאציעס.

דער פרעזידענט האט ווארשיינליך אויפגעדעקט ערשטע אינפארמאציע וואס די אמעריקאנער שפיאנאזש האבן באקומען, און ער האט דערמיט באוויזן צו אויפרעגן די ארטיגע אינסטאנצן און די פרעמיער מיניסטארשע האט געזאגט ״איך וויל בעטן יעדן צו זיין געווארנט מיט זייערע שפעקולאציעס איבער אנגייענדע אויספארשונג״ און אזוי אויך האט די לאנדאנע פאליציי ארויסגעברענגט פארדרוס אויף דעם טוויט זאגנדיג אז עס איז ״ריינע שפעקולאציעס״.

מען האט געהערט פון פארשידענע אפיציעלע באאמטע אין ענגלאנד אז אזעלכע טוויטס טוט אפהאלטן די בריטישע שפיאנאזש דינסט פון מיטטיילן אינפארמאציע מיט זייערע אמעריקאנער קאלעגעס. עס דערמאנט די פאריגע אינצידענט ווען קורץ נאך די בלוטיגע אטאקעס פארנט פונעם פארליאמענט האט דער פרעזידענט געעפנט א טוויטער קריג מיט׳ן לאנדאנער מעיאר, א זאך וואס האט געברענגט אויפברויז און פארדרוס אין בריטאניע.

בילד: פרעזידענט דאנעלד טראמפ באשולדיגט בריטאניע אין די אטאקע

בילד: פרעזידענט דאנעלד טראמפ באשולדיגט בריטאניע אין די אטאקע

בילד: פרעזידענט דאנעלד טראמפ באשולדיגט בריטאניע אין די אטאקע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל