אין די לאנדענע אונטערגרונד באן ביי די ״פארסאן גרין״ סטאנציע, איז היינט פארגעקומען אן אויפרייס, אבער האט נישט געברענגט קיין ערנסטע פאטאליטעטן. אויטאריטעטן שאצן אז עס איז געווען א דורכגעפאלענע טעראר אטאקע, און די אויפרייס אפאראט וואס דער טעראריסטן האט אנגעגרייט האט נישט געארבעט ווי זיי האבן געוואונטשן. ארום 22 רייזנדע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, פאר׳ן אריינאטעמען רויעך און כעמיקאלן.

לויט די ערשטע באריכטן וועלכע קומען ארויס, האט דער פארשוין באהאלטן אין א ווייסע עמער, א קראַקפּאַט וואס ער האט פארוואנדעלט אין א באמבע, און עס איבערגעלאזט אויפ׳ן באן, ענדליך צו די טאקטיק פון דעם באסטאנער טעראריסט. די מאטריאל וואס ער האט גענוצט אינעם קראַקפּאַט, זענען געווען שארפע כעמישע מאטריאל, וועלכע האט געשעדיגט די ארומיגע ווען די אויפרייס האט פאסירט.

די פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי האט שארף פארדאמט די אטאקע, און געזאגט אז מען איז אפגעקומען לייכטערהייט, און די אפאראט האט געהאט די מעגליכקייט צו אנברענגען שווערע שאדנס און פאטאליטעטן.

בילד: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

בילד: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

בילד: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

בילד: פאליציי אויף די וואך, נאך די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

מאפע: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

בילד: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן

בילד: דורכגעפאלענע טעראר אטאקע אין די לאנדאנער אונטערגרונד באן
בילד: פאליציי זוכט בילדער און ווידיא, נאך די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע

בילד: לאנדאן פאליציי מאכט אוועק טראמפ'ס קאמענטארן נאך די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע

בילד: סי.ען.ען. באריכטעט די דורכגעפאלענע טעראר אטאקע


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל