אוזבעקיסטאן – אן אינטערעסאנטע סעריע היסטארישע בילדער זענען נעכטן דערשינען, וועלכע צייגן וויאזוי די סאוועטן האבן גענוצט א נוקלעארן וואפן, מיט'ן ציל אויסצולעשן א העלישן פייער. דאס האט פאסירט אין יאר 966' אין אוזבעקיסטאן, וועלכע איז דאן געווען אונטער'ן סאוועטן פאראיין. ביי אן ארטיגן אויל קוואל, האבן ארבעטער זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט א העלישן פייער וועלכע האט זיך פלוצלינג גענומען ברענען אינמיטן זומער פון יאר 963', דאס פייער האט געברענט דריי יאר אין א צי, און וואס מ'האט נאר נישט פרובירט, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א דורכפאל, ווייל דאס פייער איז געפיטערט געווארן דורך דער נאטורליכער כוואליע פון אויל פונעם קוואל. עווענטועל האבן די סאוועטישע אויטאריטעטן באשלאסן אז מ'וועט באמבארדירן דעם ברענענדיגן אויל קוואל, מיט דער האפענונג אז ס'זאל זיך פארלעשן. מען האט דאן געגראבן עטליכע לעכער פון כמעט פינף טויזנט פוס טיף אין דער ערד אריין, א נוקלעארער וואפן מיט א מאכט פון דרייסיג-קילאטאן, איז אראפגענידערט געווארן דורך די לעכער, און ס'האט נישט געדויערט קיין גאנצע 30 סעקונדעס נאכ'ן אויפרייסן די באמבע, און דאס פייער האט זיך פארלאשן, וויבאלד פון דער מאכט פונעם אויפרייס איז דער אויל קוואל פארשטאפט געווארן. יענע געשעעניש איז געווען איינס פון די געציילטע פעלער ווען א נוקלעארער אויפרייס איז דורכגעפירט געווארן פאר פרידנס אורזאכן.

בילד: אפשטעלן א פייער מיט א נוקלעארער באמבע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל