איטאליע – געזונטהייט אויטאריטעטן אין רוים, איטאליע האבן ארויפגעשטעלט א צייטווייליגן פארבאט אויף ארטיגע איינוואוינער פון געבן בלוט-ביישטייערונגען, נאכדעם ווי ס'איז אנטדעקט געווארן א מאסיווע פארשפרייטונג פון א ווייטאגליכער קרענק, באקאנט אלס "טשיקונגאניא", וועלכע ווערט פארשפרייט דורך מאסקיטאס. אמווייניגסטנס זיבעצן מענטשן אין דרום-מזרח רוים זענען דיאגנאזירט געווארן מיט דעם ווירוס אין די לעצטע פאר וואכן, און לאקאלע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז דער ווירוס קען נאכמער פארשפרייט ווערן, אויב עמיצער וואס האט עס, און ווייסט נישט, גיט א בלוט-ביישטייערונג אין שפיטאל און דערנאך ווערט זיין בלוט גענוצט פאר א נויטבאדערפטיגן, וואס דאן קריגט יענער דעם זעלבן ווירוס. אלעס אינאיינעם זענען ארום 1.2 מיליאן מענטשן אונטער'ן בלוט ביישטייערונג פארבאט, און זיי ווארענען אויך אויסלענדישע, אז ווער ס'האט באזוכט אין דרום-מזרח רוים זינט אוגוסט 25, זאל נישט געבן קיין שום בלוט פאר 28 טעג זינט'ן באזוך, וויבאלד נאך 28 טעג גייט דער ווירוס ארויס פונעם קערפער'ס סיסטעם.

בילד: בלוט-ביישטייערונגען אפגעשטעלט אין רוים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל