אלבאני – די ניו יארק סטעיט רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט אוועקשטעלן נאענט צו צוויי און א האלב מיליאן דאלאר, וואס לאקאלע מוניציפאליטעטן איבער'ן לאנד וועלן קענען דערפון געניסן, צו בויען נייע פובליק קאר טשארדזשינג סטאנציעס פאר עלעקטראנישע קארס. אין א סטעיטמענט, האט גאווערנאר ענדרו קאומאו געזאגט אז דער ציל פון די געלטער איז צו פארבעסערן די ענווייראמענט דורכ'ן פארשפרייטן דעם געדאנק פון נוצן מער עלעקטעראנישע קארס ווי איידער קארס וועלכע נוצן גאזאלין און מאכן שאדן פאר דער ענווייראמענט, אויך וועט דאס שיקן א קלארן מעסעדזש אז ניו יארק רוקט זיך פאראויס מיט טעכנאלאגיע. לאקאלע מוניציפאליטעטן וועלן דארפן אריינגעבן ספעציעלע אפליקאציעס צו די סטעיט אויטאריטעטן, און די געלטער וועלן זיי באקומען אין פארמאט פון "ריבעיטס" אויף וואס עס וועט זיי קאסטן צו בויען די טשארדזשינג סטאנציעס. מוניציפאליטעטן וועלן אויך קענען נוצן די געלטער אויף איינצוקויפן עלעקטראנישע קארס פאר זייערע לאקאלע רעגירונג געברויכן.

בילד: קאר-טשארדזשינג סטאנציעס אין ניו יארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל