ניו יארק – וועטער עקספערטן אין אמעריקע זאגן אז די שאנסן זענען זייער גרויס, אז ס'זאל זיך אנטוויקלען א "לא נינא" וועטער סיטואציע אין די פאראייניגטע שטאטן. מיט 2 יאר צוריק האט מען אין אמעריקע געהאט א זעלטן-ווארעמען ווינטער, צוליב דער "על נינא" סיטואציע, ווען די וואסער אין די אקעאנען זענען געווען ווארעמער ווי נארמאל, און א "לא נינא" וועטער באדייט דאס פונקט פארקערטע, אז די וואסערן אינעם צענטראל פאסיפיק אקעאן ווערן קעלטער ווי געווענליך אין די הערבסט און אנהייב ווינטער מאנאטן. א לא נינא וועטער קען באדייטן פיל מער רעגן אין די "פאסיפיק נארטוועסט" סטעיטס, וואס נעמט אריין ארעגאן, איידעהא, אלאסקע, ווייאמינג און נאך, און פאר די "נארט-איסט" סטעיטס, א שטייגער ווי ניו יארק, ניו דזשערסי, פענסילוועניע, ניו העמפשיר, קאנעטיקוט און מאסעטשוסעטס, באדייט עס פיל קעלטערע וועטערס ווי געווענליך. פאר קאליפארניע, וואו מען האט זיך קוים א האלב יאר צוריק ערהוילט פון א פארצויגענעם טרוקעניש, קען לא נינא באדייטן פרישע טרוקענישן.

בילד: עקספערטן ווארענען איבער "לא נינא" וועטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל