ניו יארק סיטי – פארגאנגענע ענדע וואך האט די ניו יארק סיטי פאליציי ארויסגעגעבן פאר'ן פובליק די סאמע ערשטע פאליציי שיסעריי וואס איז רעקארדירט געווארן אויף די נייע קערפער-קאמערעס וואס אלע פאליציי אפיצירן טראגן אויף זייערע מונדירן. די שיסעריי האט פאסירט אנהייב סעפטעמבער אין א היים אין דער בראנקס, וואו א גייסטיש צערודערטער פארשוין, מיט א מעסער און א פאלשער רעוואלווער אין זיינע הענט, האט נישט געהאלטן ביים אויספאלגן די אפיצירן'ס פארארדענונגען אראפצולייגן די וואפנס אויף דער ערד. דער גאנצער אינצידענט דויערט נאענט צו א שעה, מ'זעט ווי די אפיצירן בעטן זיך איינמאל און נאכאמאל ביים פארשוין אז ער זאל אראפלייגן די וואפנס, ווייל זיי ווילן אים נישט שיסן, אבער ער רירט זיך נישט און פאלגט נישט גארנישט, ביז די פאליציי באמערקן דעם רעוואלווער און נישט וויסנדיג אז ס'איז א שפילצייג, שיסן זיי אים צום טויט.

די רעקארדירונג האט אנגעדרייט א שטורעם, מיט אנטי-פאליציי אקטיוויסטן וועלכע זאגן אז די פאליציי האבן זיך אויפגעפירט קאלטבלוטיג, אבער א מערהייט מענטשן וועלכע האבן געזען די פובליצירטע בילדער און ווידעא, זאגן אז די פאליציי האבן יא ארויסגעוויזן עקסטערע געדולד און פארשטאנד, בעטנדיג זיך ביי אים 44 מאל אראפצולייגן דעם מעסער, און דערנאך זעקס מאל אראפצולייגן דעם רעוואלווער. א פריינט פונעם פארשוין, אנוועזנד אין דער דירה, בעט זיך ביי אים 72 מאל אראפצולייגן דעם מעסער, און ערשט נאך די אומצאליגע מאל, האבן די פאליציי אים געשאסן.

בילד: שטורעם: פאליציי-קאמערע שיסעריי בילדער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל