דייטשלאנד – די "בי-עם-דאבעליו" קאר פירמע זאגט אז זי האלט אינמיטן איבערטראכטן די וויכטיגקייט פון קאר שליסלעך. איען ראבערטסאן, א מיטגליד אין דער עקזעקיוטיוו באורד פון דער פירמע, זאגט אז קאר שליסלעך, און אפילו די קארס וועלכע פארמאגן שוין די מער-פארגעשריטענע קליינע "רימאוטס" און מ'צינדט אן דעם קאר מיט א דרוק פון א קנעפל, זענען שוין אלטמאדיש און איז נאריש אז מ'דארף זיך ארומטראגן מיט א באזונדערע זאך אין טאש. ראבערטסאן זאגט אז די פירמע באטראכט די מעגליכקייט פון איינשטעלן טעכנאלאגיע אין זייערע קארס, וואס וועט ערלויבן קאסטומערס אנצוצינדן די קארס דורך א ספעציעלע "אפליקאציע" אויפ'ן סעלפאן. ער ברענגט ארויס אז דעם סעלפאון האט מען סייווי מיט זיך, און ס'איז שוין פארהאן די טעכנאלאגיע צו ערמעגליכן אז דער קאר זאל דערשפירן א סיגנאל פונעם אייגנטימער'ס סעלפאן און זיך אזוי אנצינדן. ס'זענען שוין פארהאן געציילטע לוקסוריעזע קארס וועלכע קענען ווערן אנגעצינדן דורכ'ן סעלפאן, אבער בי-עם-דאבעליו וויל עס צעביסלעך אנהייבן אינסטאלירן אין אלע זייערע אויטאס.

בילד: בי-עם-דאבעליו וויל מער נישט קיין שליסלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל