וואשינגטאן – קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן און קאנסערוואטיווע שטיצער פון פרעזידענט טראמפ קענען זיך ממש נישט בארואיגן איבער דעם וואס דער פרעזידענט מאכט דיעלס מיט די דעמאקראטן, און ספעציפיש איבער דעם וואס ער האלט גאר נאענט צו א דיעל מיט די דעמאקראטן איבער ערלויבן די 800 טויזנט יונגע אימיגראנטן צו פארבלייבן אין אמעריקע און איבער אפשטופן זיינע פלענער פאר דער גרעניץ וואנט. צווישן די וועלכע זענען דאס מערסטע צעשאקלט, איז ען קאלטער, א קאנסערוואטיווע שרייבערין און רעדנערין, וועלכע האט אפילו פובליצירט א בוך ביים נאמען "אין טראמפ מיר געטרויען", און אצינד פארפירט זי, "ווער וויל יעצט דען נישט אז טראמפ זאל ווערן אימפיטשט?". דאס מערסטע "שאקירנד" איז אבער געווען ווען ס'האבן אנגעהויבן פארשפרייט ווערן בילדער וויאזוי טראמפ שטיצער פארברענען זייערע רויטע "מאך אמעריקע גרעיט נאכאמאל" היטלעך, ווייל פאר א באוועגונג וועלכע איז מער-ווייניגער סימבאליזירט ארום די רויטע היטלעך און לאזונגען, באדייטן די שריפות ממש א פאטאלע ענדע...

בילד: ס'צרות, מ'פארברענט די היטלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל