שלומי אמוני ישראל האבן אויפגענומען מיט פרייד די אורטייל פונעם ציוניסטישע בג''ץ אויף די נייע גזירת גיוס אז נאר א חלק בחורים און בני תורה זאל גיין אין מיליטער איז נישט לעגאל און מ'קען נישט מאכן פשרות .

ווי באקאנט שוועבט אין ארץ ישראל א גרויסע גזירה פאר די לעצטע פאר יאר אז בני תורה וועלכע פלעגן באקומען א דיחוי דארפן געהעריג דינען אין די מיליטער מיט א טענה פון שוויון בנטל הלמאי די פרייע דארפן דינען און די פרומע דרייען זיך ארויס.

גדולי ישראל און אדמו''רים פון אלע שיכטן און קרייזן זענען בשעתו געווען אנגעשלאסן לוחם צו זיי אנטקעגן די גזירה עד כדי מסירת נפש ווי אלע האבן קלאר ארויס געברענגט פאר בני קהילתם.

ווי יעדער חדר יונגל פארשטייט וואלט אזא'ן גזירה סייווי נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב די אוממעגליכקייט פון די רשעים זיך צו שלאגן מיט גאנץ יהדות החרדית און דאס איז טאקע געווען די פלאן פון די ערליכע רבנים און די גדולים צו פירן א מלחמת חרמה און חלילה נישט אפשפארן די עולם התורה.

די רשעים האבן אבער אויך פארשטאנען אז מיט דעם מהלך וועט עס נישט גיין, פשוט ווייל מ'קען זיך נישט שלאגן מיט אזא ריזן ציבור נאנט צו א מיליאן פרומע אידן וואס ציילט זיך צו א גרויסע פראצענט פון די מדינה, האבן זיי אריין געלייגט אלץ טייל פונעם גזירה אז א מוסד וואס האלט די וואס ווילן זיך נישט שטעלן וועט נישט קענען באקומען מדינה געלט וויסנדיג אז דאס איז די גארגל פון די גרעסערע טייל פונעם חרדישן עולם וואס באגייט זיך נאר מיט מדינה געלט און אזא סטראשע וועט דריקן די מנהיגים נישט צו איגנארירן די נייע געזעץ.

ווי ס'האט אויסגעזען בשעתו זענען די חרדים'ס זייט שטערקער ווייל מ'וועט נישט גיין און נישט באקומען געלט און קענסט מיר גארנישט טועהן.

ויבוא גם השטן בתוכם און האט געדרייט א גאנצע רעדל כדי צו ברענגן א מעגליכקייט ער האט ארויס געווארפן לאפיד'ענען פון קאליציע און אריין געלייגט די הולכי בחירות החרדים במקומו און צוגעשטעלט א וועג פאר די מדינה און אירע רשעים וויאזוי ארויפצווינגען אויף די פרומע זיך צו ברעכן און יא עפעס צושטעלן פרומע סאלדאטן, ער האט אויסגעשטעלט א נייע געזעץ וועלכע פאדערט כאטש א חלק ציבור זיך צו מתגייס זיין און די איבעריגע וועלן יא באקומען א דיחוי ווי ביז היינט און מיט די נייע געזעץ פאלט אוועק די אלטע לאפיד געזעץ.

ווי יעדער בר דעת אן קיין געלט נגיעה פארשטייט, איז אזא פשרה די שטערקסטע קלאפ פארן ביטול הגזירה, וויבאלט דאס יהדות החרדית וועט שוין יעצט נישט האבן אזא פאראייניגטע פראנט אנקעגען דאס גיוס ווייל א חלק דארף נישט גיין און די וואס פאלן ליידער אריין זענען באין מושיע אליין אויפן פראנט, און די טשאנסן צו באזיגן לאפיד'ס גזירה איז אסאך מער ווען דאס גאנץ יהדות החרדית איז לוחם דערויף ווי ווען איין חלק פייט עס און די צווייטע טייל לאכט פון זיי און שטייען זיי אין וועג בכל עס מצוא.

ווי אויך איז דאס זעלבסט א גרויסע גזירה וויבאלט דאס גיבט אוועק אויף א גאלדענע טאץ טויזנטער פרומע אידן צום מיליטערישער שמאלץ טאפ וואס כל באיה לא ישובין.

ווי מ'האט קלאר געזען און זייער באריכטן באשטעטיגט עס אויך האבן טאקע טויזנטער בחורים און אינגעלייט, שוואכערע און מצוינים ליידער אריין געפאלען אינעם טמא'נעם מיליטער זינט די נייע גזירת גיוס איז אין קראפט, צו איז עס געווען דורך באצאלטע ציידים צו וואס זענען איבערגערעדט געווארן דורך די פרומע מידיע וואס האבן די גאנצע צייט עס געמאכט פאר א פאקט אז פרומע גייען אין מיליטער, צו דורך שוועריקייטן וואס וועד הישיבות שטעלט אונטער כדי אנצוקומען צו די יעדי גיוס וואס ציילט זיך עטליכע טויזנט.

פון די צווייטע זייט שטייען די פרומע פאליטישענס און געלט שיסעל זיצערס און רעדן איין דעם עולם אז די נייע גזירת גיוס איז גארנישט קיין גזירה פארקערט מ'האט עס פאראכטן, און פארשטייט זיך אויפן חשבון פון די שוואכערע און די ספרדי'שע.

די גרויסע ווייטאג איז צו זעהן ווי בעד בצע כסף זאל מען גרייט זיין צו פארקויפן דאס אייגענע, וואס נאר צוליב די טריפה'נע מדינה געלט וואס זיי וועלן נישט באקומען האבן זיי זיך אליין געשאסן אין פיס און צושטערט די גאנצע אנטי גיוס פראנט.

שוין א לענגערע צייט וואס יהודים החרדים לדבר ד' קוקט זיך צו ווי פון כלל ישראל פאלט שטיקער דורך די נייע גזירת גיוס און מ'הערט נישט דאס געשריי וואס ס'וואלט זיך געפאדערט פאר אזא'ן גזירה,

גזירת גיוס גייט אן,

יעדי גיוס גייט אן,

טויזנטער פרומע אין מיליטער גייט אן,

פראפאגאנדע אין פרומע מידיע ובראשם די טריפה'נע זייטל כיכר השבת גייט אן,

שוועריקייטן פון וועד הישיבות פאר בחורים גייט אן,

און הקב''ה בוכה קלני מראשי קלני מזרועי, וכלל ישראל מה תהא עלי'.

ווי נאר מ'האט געהערט אז די בג''ץ האט נארוואס געפסלט די נייע גזירה האבן זיי אויטאמאטיש פאראייניגט א כח פון דאס גאנץ יהדות החרדית וואס וועלן נישט גורס זיין די גאנצע גזירה, וועד הישיבות וועט מער נישט זיכן אנצוקומען צו די יעדים בחורים וועלן נישט ווערן איבער גערעדט צו גיין אין מיליטער, פאליטישענס וועלן מיר נישט פארפירן דעם עולם בעד בצע כסף, אזוי ארום שטייט יעצט כלל ישראל און אסאך א בעסערע רוחניות'דיגע צושטאנד ווי בעפאר בג''ץ'נס אורטייל.

זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז די פאראייניגטע כח זאל נישט צופאלן ביז די גזירה זאל גענצליך בטל ווערן

בילד: בג''ץ ברענגט נענטער די ענדע צום גזירת גיוס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל