חיות ליבהאבער איבער די וועלט זענען געוועהן אויף פאריגע וואך, ווען עס איז געלונגען פאר רעינדשערס - צום ערשטן מאל אין באקאנטע היסטאריע - אפצוכאפן א גאר גאר זעלטענע ווייסע דשיראף! און נישט איינס נאר צוויי!

די ווייסקייט קומט צוליב וואס די קערפער פארמאגט נישט געהעריג קיין "פיגמענטס" - דאס איז די באשטאנדטייל וואס גיבט קאליר אין יעדע לעבעדיגע זאך. די דשיראף האבן יא עטוואס קאליר, אנדערש ווי די "אלביינאו" קאנדישאן וואס דאס איז ווען א בעל חי האט בכלל נישט קיין פיגמענטס און דאן וועט אפי' די שווארץ אפעל זיין "פּינק" (א זאך וואס מען טרעפט זייער אפט ביי האזלעך).

די ווייסע מאמע מיט איר ווייסע קינד האבן זיך געדרייט אין א קאנסערוואציע אין קעניע, און לאקאלע האבן דאס צוערשט באמערקט און גערופן די ארטיגע רעינדשערס עס איינצומעלדן.

דאס איז בלויז די דריטע מאל אין היסטאריע וואס א ווייסע דשיראף ווערט בכלל ריפארטעד, און דאס איז די ערשטע מאל וואס עס איז געווארן אפגעכאפט

בילד: געטראפן ווייסע דשיראפן



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל