פון איתמר גינצבורג

איין איינציג ווארט האט געהאלפן איינס פון די גרעסטע פירמעס אין אמעריקע צו פארקויפן אסאך אסאך מער פון זייערע פראדוקטן. די פירמע פארקויפט זייף פאר די האר. זיי פלעגן שרייבן אויפ'ן באטל די אינסטרוקציעס: "רייב און וואש". דאס הייסט אז מען נוצט עס דורכ'ן רייבן די זייף און נאכדעם עס אפוואשן מיט וואסער.

זיי האבן צוגעלייגט צו די אינסטרוקציעס איין ווארט " Repeat ", וואס מיינט 'מאך עס נאכאמאל'. היות מענטשן פאלגן אויס די אינסטרוקציעס אן קיין שאלות, האבן זייער אסאך מענטשן אנגעהויבן זיך צו זייפן צוויי מאל, און אזוי האבן זיי פארנוצט דאפלט זייף, און האבן שנעלער געדארפט גיין קויפן א נייעם באטל. אזוי איז די סעילס פון די פירמע אויסטערליש געשטיגן.

די זעלבע האט א פירמע געטון מיט ציין-פוץ. זיי האבן געוואלט פארקויפן מער פון די ציין-פוץ. איין וועג איז צו זוכן מער קאסטומערס, אבער זיי האבן געטראפן אן אנדערע וועג צו פארקויפן מער. זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן די לאך פונעם ציין-פוץ-טוב גרעסער. מענטשן זענען דאך צוגעוואוינט צו געבן א דרוק אויפ'ן באטל ארויסצונעמען ציין-פוץ, האט אנגעהויבן ארויסצוקומען מער פון די ציין-פוץ פון דעם זעלבן דרוק, האבן מענטשן שנעלער אויסגענוצט די באטלעך און געדארפט שנעלער קויפן נאך.

איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון די סארט עצות, און איך וואלט נישט גע'עצה'ט פאר מענטשן צו טון די סארט טריקס, וואס איז בל תשחית און מסתמא אויך גניבת דעת, אבער מען קען פון דעם ארויסנעמען צוויי טיפס. ערשטנס אלס א קליענט פון א פראדוקט, קענט איר פון דעם לערנען נישט צו זיין יענעמ'ס נאר... אויב יענער האט באשלאסן צוצולייגן א ווארט אויפ'ן באטל, דארפט איר נאכנישט אויספאלגן בתמימות. והשנית קענען ביזנעסער נעמען בלויז די נקודה אז צומאל קען איין ווארט אין די אדווערטייזינג אדער פעקעדזשינג ענדערש כאפן די אויגן פון צוקונפטיגע קאסטומערס, און בעז"ה הייבן די סעילס.

בילד: איין ווארט - מיליאנען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל