לאנדאן – אויטאריטעטן האבן נעכטן דורכגעפירט א צווייטן ארעסט אין פארבינדונג מיט דער טעראר אטאקע אויפרייס, וואס האט פאסירט פרייטאג אויפ'ן פארנומענעם און אנגעפילטן לאנדאנער באן. באזונדער האט מען נעכטן געהערט פון בריטישע באמבע עקספערטן, אז די אויפגעריסענע באמבע האט למעשה נישט געהעריג עקספלאדירט אזוי ווי די טעראריסטן האבן געפלאנט. לויט די עקספערטן איז די באמבע צוזאמגעשטעלט געווארן מיט גרויס ערפארנקייט, און מען זעט דערויף ווי ס׳איז צוזאמגעשטעלט געווארן גענוי ווי אנדערע מאכטפולע באמבעס פון ביז יעצטיגע סוקסעספולע טעראר אטאקעס, לויט די אנווייזונגען וואס על קאידא און אייסיס האבן שוין אין לויף פון די יארן פובליצירט אויף עטליכע שפראכן, און אויב וואלט די באמבע אויפגעריסן מיט דעם פולסטן קראפט, ווי געפלאנט, וואלט עס איבערגעלאזט צענדליגער טויטע - זאגן די באאמטע.

בילד: צווייטער ארעסט איבער לאנדאן אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל