קאבול – א באריכט אינעם ניו יארק טיימס צייגט אז דאס אמעריקאנער מיליטער פלאנירט א מאסיווע אויסברייטערונג פון דער "גרינער זאנע" אין אפגאנער הויפטשטאט קאבול. די "גרינע זאנע" איז אוועקגעשטעלט געווארן נישט לאנג נאכדעם וואס אמעריקע האט אינוואדירט אפגאניסטאן אין יאר 01' און אומגעווארפן די טאליבאן פון מאכט, וואס דאן האט די אמעריקאנער רעגירונג געוואלט האבן א גאנצע זאנע אין דער הויפטשטאט, וועלכע זאל זיין גאר גוט באשיצט, און עס זאלן דארטן זיך געפינען סיי אירע מיליטערישע הויפטקווארטירן און סיי אירע דיפלאמאטישע הויפטקווארטירן. מיליטערישע אנאליסטן האבן געזאגט אז דער פאקט אז דאס מיליטער וויל יעצט אויסברייטערן די גרינע זאנע, צייגט אז אמעריקע אנערקענט אז זי גייט פארבלייבן פארמישט אין אפגאניסטאן פאר נאך צענדליגער יארן. די אויסברייטערונג וועט ברענגען אז כמעט אלע אמבאסאדעס פון מערב וועלט לענדער וועלן זיין אין דער באשיצטער זאנע, אבער די אויסברייטערונג דארף נאך באקומען דעם "אקעי" פון דער אפגאנער רעגירונג.

בילד: אפגאן "גרינע זאנע" אויסברייטערונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל