וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט די מעגליכקייט פון א נייעם טראוועל פארבאט אויף בירגער פון לענדער פון וואו עס קומען ארויס א סאך טעראריסטן, אין רעאקציע צו דער טעראר אטאקע וואס האט פאסירט פרייטאג אין לאנדאן, וואו העכער 20 זענען פארוואונדעט געווארן ווען א באמבע האט אויפגעריסן אויף אן אנגעפילטן באן מיט פאסאזשירן.

"אויב דאס לאנד קען נישט אונטערזוכן געהעריג קיין מענטשן, צו וויסן ווער ס'קומט אריין, דאן טאר מען נישט ערלויבן בירגער פון די ספעציפישע לענדער" – האט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, געזאגט נעכטן אין אן אינטערוויו, זאגנדיג אז די אדמיניסטראציע קוקט איבער די אפציעס, אז דער פרעזידענט זאל אונטערשרייבן א נייעם עקזעקוטיוו ארדער, איינצושטעלן א שטרענגערן טראוועל און פליטים פארבאט.

דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט פרייטאג, באלד אין די מינוטן נאך דער טעראר אטאקע, געשריבן אויף טוויטער, אז ס'פעלט זיך אויס איינצושטעלן א "גרעסערן און שטרענגערן" טראוועל פארבאט, און עס בלייבט איבער צו זען צי טראמפ וועט טאקע נעמען אזעלכע שריט, וויבאלד דער ערשטער טראוועל פארבאט וואס ער האט אונטערגעשריבן, האט געפירט צו מאסיווע כאאס און געריכטליכע אנקלאגעס.

בילד: טראמפ באטראכט נייעם טראוועל פארבאט אין ליכט פון לאנדאנער אטאקע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל