מערב ברעג – די פאטאח באוועגונג פונעם פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס, האט באגריסט דאס וואס זייערע קעגנער כאמאס האבן געזאגט אז זיי זענען וויליג איינצוגיין אויף א שלום אפמאך מיט פאטאח, צו ברענגען אן ענדע צום געפעכט וואס האלט שוין אן איבער צען יאר. דער געפעכט האט עקספלאדירט אין יאר 07', ווען כאמאס האט באוויזן צו געווינען די וואלן אין עזה, ארויספירנדיג פון דארטן פאטאח און זייערע באאמטע, אבער כאמאס האט געזאגט אז זיי זענען גרייט צו אקצעפטירן עטליכע פארלאנגען וואס אבאס האט ארויסגעשטעלט, אריינגערעכנט דאס אז עס וועלן אפגעהאלטן ווערן אלגעמיינע פאלעסטינער וואלן אין עזה און אינעם מערב ברעג אינאיינעם, און דאס אז מ'וועט לאזן אן אבאס-געפירטע "פאראייניגונג רעגירונג" אנצוהייבן אפערירן אין עזה, צווישן אנדערע פארלאנגען. מען האט געהערט אז די געשפרעכן ווערן געפירט דורך דער עגיפטישער רעגירונג, וועלכע איז גאר נאענט געווארן מיט כאמאס אין דער לעצטער שטיק צייט.

בילד: פאטאח באגריסט כאמאס שלום וויליגקייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל