ירושלים – א ספאנטאנע מחאה איז נעכטן פארגעקומען אין די גאסן פון ירושלים, וואו א ריזיגער ציבור חרדי'שע אידן, אין שפיץ פון גדולי ישראל ובראשם כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, זענען ארויסגעקומען אויסצודרוקן דעם וויי-געשריי און קול מחאה, נאכ'ן הערן אז האברך בנש"ק הרב אברהם יצחק טויב שליט"א, אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, איז ארעסטירט געווארן פאר'ן זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם ציוניסטישן מיליטער. נעכטן נאכמיטאג האט מען געהערט די גוטע בשורה, אז דער חשוב'ער יונגערמאן שליט"א וועט באפרייט ווערן נאך איידער ראש השנה.

בילד: מחאה אין ירושלים איבער ארעסט פון אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל