פלארידע – א פלארידע פאליציי אפיציר איז שארף פארדאמט געווארן, נאכדעם וואס עס זענען אפירגעקומען אנטיסעמיטישע קאמענטארן וואס ער האט געמאכט אין לויף פון די יארן. אפיציר מייקל האמיל פון געינסוויל, פלארידע, איז געווארן שטארק אויסגערימט פאר זיין רעטונגס ארבעט נאך האריקעין אירמא, אבער עס שטעלט זיך ארויס אז ער האט א היסטאריע פון אנטיסעמיטישע קאמענטארן. צווישן אנדערן האט האמיל געשריבן אפאר יאר צוריק אז נארישע מענטשן דארפן געשיקט ווערן צו אויווענעס, און מ'דארף האנדלען מיט זיי אויפ'ן היטלער וועג. באזונדער פלעגט ער שרייבן אפט גאר שאקירנדע וויצן איבער אידן, שרייבנדיג צווישן אנדערן "וואס איז דער דיפערענץ צווישן ווען א גוי גייט אין קעמפ און א איד גייט אין קעמפ (לאגער)? דער גוי קומט פאקטיש צוריק לעבעדיג". אידישע גרופעס אין פלארידע האבן פארלאנגט אן אויספארשונג קעגן אפיציר האמיל, וועלכער האט דערווייל נישט קאמענטירט.

בילד: אפיציר מייקל האמיל פון געינסוויל, פלארידע


טוויט: דער פאליצייאישע שרץ וויל מקיים זיין מעשי היטלער ימ"ש


טוויט: גארדאן מאכט וויצן איבער די שאנדפולע קאנסענטראציע קעמפס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל