אנקארא – די מידיא אין טערקיי האט אין די לעצטע טעג פארשפרייט א פאלשע אנטיסעמיטישע קאנספיראציע, אז צענדליגער טויזנטער אידן גייען פארן פון ארץ ישראל און זיך באזעצן אין קורדיסטאן. די קאנספיראציע פארשפרייטונג קומט אין א צייט וואס די קורדן האבן באנייעט זייער קאמף צו באקומען זעלבסטשטענדיגקייט אין זייער ראיאן צווישן איראק, סיריע און טערקיי, וועלנדיג ווערן אנערקענט אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. טערקיי איז אויסגעשפראכן קעגן ערלויבן די קורדן צו האבן אן אייגן לאנד, און וועלנדיג אנזייען א קעגנערשאפט צום געדאנק פון א זעלבסטשטענדיגע קורדיסטאן, האט די טערקישע רעגירונג אנגעהויבן פארשפרייטן די קאנספיראציע אין דער טערקישער מידיא, אז ווי נאר קורדיסטאן וועט ווערן זעלבסטשטענדיג, וועלן צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע זענען אוועק פון קורדישן ראיאן שוין מיט זיבעציג יאר צוריק, צוריקקומען וואוינען אהין.

בילד: אנטי-אידן קאנספיראציע איבער קורדיסטאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל