וואשינגטאן – די רעפובליקאנער אינעם סענאט האבן אין די יעצטיגע טעג, אונטערגענומען א פרישן פארזוך אפצושאפן אבאמאקעיר, דורכ'ן ארויסשטעלן א ביל פארשלאג וואס האט שוין, ווי זיי זאגן, די שטיצע פון 49 סענאטארן, און זיי ארבעטן צו באקומען שטיצע פון א פופציגסטן סענאטאר, וואס אויב וועלן זיי האבן פופציג סענאטארן וואס וועלן שטימען דערויף, וועט מען בלויז דארפן האבן וויצע פרעזידענט פענס' שטימע און ס'וועט דורכגיין. דער ביל איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די רעפובליקאנער סענאטארן לינדזי גרעהעם און ביל קעסידי, וועלכע זאגן אז זייער ביל וועט טוישן אז די געלטער וואס ווערן ביז יעצט געגעבן פאר סטעיטס צו דעקן די ביליגע העלט אינשורענס פלענער אונטער אבאמאקעיר, וועלן געגעבן ווערן פאר די סטעיטס אלס "בלאק גרענטס", וואס באדייט אז די סטעיטס וועלן עס בכלל נישט מוזן נוצן צו דעקן די ביליגע העלט אינשורענס פלענער, נאר זיי וועלן עס מעגן נוצן פאר סיי וואס, און דאס וועט ברענגען אז רעפובליקאנער-געפירטע סטעיטס וועלן אויטאמאטיש אויפהערן שטיצן אבאמאקעיר פלענער און ס'וועט פון זיך אליינס בטל ווערן. דער פראצעדור וויאזוי קעסידי און גרעהעם ווילן דורכפירן דעם ביל, באדייט אז זיי האבן א דעדליין ביז סעפטעמבער 30, און דערווייל האט דער ביל נאכנישט קיין שאצונג פונעם "קאנגרעס בודזשעט אפיס".

בילד: פרישע אבאמאקעיר אנולירונג פרואוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל