אלאבאמא – אן אינטערעסאנטער פארמעסט אנטוויקלט זיך אין אלאבאמא, וואס ווערט באטראכט ווי פרעזידענט טראמפ לויפט קעגן זיין געוועזענעם הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן. דער אמטירנדער אלאבאמא סענאטאר לוטער סטרעינדזש, שטייט אויס א גאר שווערע ווידערוויילונג פארמעסט דארטן, וואו דער קאנטראווערסיאלער געוועזענער ריכטער ראי מאור האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א רעפובליקאנער פריימערי קעגנער קעגן סטרעינדזש און די אנקעטעס צייגן דערווייל א היפשע אויבערהאנט פאר מאור. שבת האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אויף טוויטער אז ער וועט פארן די וואך שבת קיין אלאבאמא, צו קאמפיינען פאר סטרעינדזש, אבער דאס קומט אין א צייט ווען סטיוו בענאן טוט אפענערהייט שטיצן מאור'ס קאנדידאטור, און בענאן'ס גרופעס פובליצירן נאכאנאנדע נעגאטיווע רעקלאמעס קעגן סטרעינדזש, באצייכענענדיג אים אלס טייל פון די "עסטאבלישמענט" אין וואשינגטאן. פאליטישע אנאליסטן קוקן זיך גוט צו, צו זען צי טראמפ'ס סטרעינדזש וועט געווינען, אדער וועט בענאן'ס מאור געווינען.

בילד: דער אמטירנדער אלאבאמא סענאטאר לוטער סטרעינדזש און דער קאנטראווערסיאלער געוועזענער ריכטער ראי מאור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל