קאריביענס – נעכטן האט שטורעם "מאריא" באקומען די שטארקייט פון א קאטעגאריע 1 האריקעין, מיט ווינטן פון 75 מייל פער שטונדע, און לויט ווי עס זעט אויס יעצט, שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכט, וועט עס אנפאלן די קאריביען אינזלען, די זעלביגע אינזלען וועלכע זענען גאר שווער באטראפן געווארן פון האריקעין אירמא מיט ווייניגער ווי צוויי וואכן צוריק. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט אז בארבודא, איינס פון די אינזלען וועלכע זענען ממש אינגאנצן פארניכטעט געווארן פון אירמא, איז גענצליך ליידיג פון איינוואוינער. געווענליך וואוינען דארטן ארום אכצן הונדערט מענטשן, אבער יעצט שטייט דער אינזל וויסט און פוסט, און די מענטשהייט איז פון דארטן ווי אויסגעראטן געווארן, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין 300 יאר וואס בארבודא איז ליידיג פון מענטשן.

בילד: האריקעין "מאריא" וועט אנפאלן קאריביענס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל