וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אז עס איז שטארק מעגליך אז טראמפ וועט באשליסן יא צו פארבלייבן אינעם גלאבאלן פאריזער "קלימאט טויש" אפמאך. טראמפ האט אין לויף פונעם וואל סעזאן נאכאנאנד קריטיקירט דעם אפמאך, זאגנדיג אז עס טשעפעט די אמעריקאנער עקאנאמיע, און נישט לאנג נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן, האט ער אונטערגעשריבן א פרעזידענטליכע דעקלעראציע אין וועלכע ער שטעלט קלאר זיין ווילן ארויסצוציען אמעריקע פונעם אפמאך. אין די לעצטע פאר טעג האט מען אבער געהערט פארשידענע באריכטן אז טראמפ האט געטוישט זיין מיינונג און וועט יא לאזן אמעריקע בלייבן אינעם אפמאך, און טילערסאן האט נעכטן באשטעטיגט אז טראמפ באטראכט טאקע צו פארבלייבן אינעם אפמאך, אבער נאר אין ספעציפישע טערמינען, אויב עס וועט בענעפיטירן אמעריקע'ס עקאנאמישע אינטערעסן. די נייעס קומט ביים אנהייב פונעם "יו-ען דזשענעראל אסעמבלי" די וואך, וואו דער קלימאט טויש אפמאך וועט זיין א הויפט טעמע.

בילד: אמעריקע און פאריז קלימאט אפמאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל