לאס אנדזשעלעס – די קאליפארניע סטעיט לעגיסלאטור האט באשטעטיגט א ביל אז די סטעיט זאל אפיציעל זיך דערקלערן אלס א ״סענקשוערי סטעיט״, נישט צו קאאפערירן מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע איבער אימעגראציע געזעצן. דאס געזעץ קומט אין א צייט וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט דערקלערט אז זיי גייען אונטערנעמען שריט אוועקצונעמען פעדעראלע געלטער פון סטעיטס און סיטיס וועלכע קאאפערירן נישט מיט די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן. קאליפארניע גאווערנאר דזשערי בראון האט קודם נישט געוואלט שטיצן דאס געזעץ פון זיין לעגיסלאטור, זאגנדיג אז עס נעמט אויך אוועק פארשידענע אויטאריטעטן פון די לאקאלע פאליציי, אבער די לעגיסלאטור האט געמאכט פארשידענע טוישונגען צום געזעץ און יעצט ווארט מען צו זען צי דער גאווערנאר וועט עס אונטערשרייבן.

בילד: קאליפארניע, א סענקשוערי סטעיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל