אלבאני – אין א פאליטישן פארלוסט פאר ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומאו, האבן פעדעראלע באאמטע איגנארירט דאס וואס ער האט נישט געוואלט ארויסגעבן א וויכטיגן פערמיט אויף צו רענאווירן און פארלענגערן א פייפליין וועלכע איז טייל פון א מאסיווע קאנסטרוקציע פראיעקט צו בויען א גרויסן פאוער פלענט אין ניו יארק וואס וועט אפקאסטן 900 מיליאן דאלאר. די פעדעראלע ענערגיע רעגולעטארי קאמיסיע, האט פרייטאג אין א סטעיטמענט געזאגט אז די ניו יארק סטעיט ענווייראמענטאלע באאמטע האבן זיך פארזוימט מיט'ן איבערקוקן דעם פארלאנג פאר א "וואסער קוואליטעט" פערמיט, וועלכע האט זיך אויסגעפעלט צו קענען אויסברייטערן דעם עקזיסטירנדן "מילעניום" נאטורליכע גאז פייפליין אין דרום-מזרח ניו יארק, און דעריבער האט די סטעיט פארלוירן די רעכט אריינצורעדן דערין. ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן האבן זיך אין דער לעצטער שטיק צייט פארלייגט אויף בלאקירן דאס אויסברייטערן דעם פייפליין, מיט דער האפענונג אז עס וועט אויטאמאטיש בלאקירן די גאנצע בוי ארבעט פונעם פאוער פלענט, און יעצט האט קאומאו פרובירט צופרידנצושטעלן די ענווייראמענטאליסטן, אבער ער איז אפגעפאטשט געווארן דורך די פעדעראלע אויטאריטעטן.
הוסף רשומת תגובה