ניו יארק – די באקאנטע שפילצייג געשעפטן-נעץ און שפילצייג פראדוצירער "טויס אר אס" וועט אין די נאענטע וואכן - אדער גאר טעג - זיך מעגליך דערקלערן באנקראט, נאכ'ן זיך טרעפן אין א גאר שווערן פינאנציעלן סטאטוס. לויט א "וואל סטריט זשורנאל" באריכט, באטראכט די פירמע די מעגליכקייט פון אריינגעבן א "טשעפטער 11" סארט באנקראט אין ריטשמאנד, ווירדזשיניע, און דאס קומט אלס דירעקטע רעזולטאט וואס זי האט דערווייל נישט צו באצאלן אירע מאסיווע חובות פון ארום פינף ביליאן דאלאר, וואס פיר הונדערט מיליאן דאלער מוז זי שוין באצאלן אנהייב יאר 18'.

די פירמע פארמאגט העכער זעכצן הונדערט געשעפטן איבער דער גארער וועלט, און אירע פינאנציעלע פראבלעמען און חובות קומען צוליב וואס מענטשן קויפן איין מער אנליין און קומען מער נישט אריין אין פיזישע געשעפטן.


בילד: "טויס אר אס" באטראכט באנקראט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל