אינדיאנא – אויטאריטעטן זאגן אז א פארשוין אין לעפארטעי, אינדיאנא האט בארויבט א גאזאלין סטאנציע, אבער ער האט פארגעסן צו רויבן די וויכטיגסטע און טייערסטע זאך וואס מ'קען רויבן אין א גאזאלין סטאנציע. דער 33 יעריגער שאן העריס איז ארעסטירט געווארן פארלאפענעם מיטוואך דורך פאליציי, נאכדעם וואס זיי האבן אים געטראפן געשטראנדעט אין דער זייט פון א שאסיי, און א קורצע אונטערזוכונג אין זיין אויטא האט פעסטגעשטעלט אז ער איז דער געזוכטער פון א גאזאלין סטאנציע רויבעריי וועלכע איז באריכטעט געווארן צו זיי מיט געציילטע מינוט פריער. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט העריס גערויבט פון דער גאזאלין סטאנציע פארשידענע עסנווארג, טרינקען און ציגארעטלעך, אבער ער האט פארפעלט צו רויבן גאזאלין, און דעריבער האט זיין קאר נישט אנגעצויגן מער ווי געציילטע מייל ווייט פון דער גאזאלין סטאנציע און אזוי איז ער געכאפט געווארן.

בילד: ווען דער גנב פארגעסט דאס וויכטיגסטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל