דער איראקער פרעמיער מיניסטער חיידער אל-עבאדי האט אנגעדייטעט אז זיין מיליטער וועט זיך ארייינמישן אין די רעפערענדום וואס די קורדן פלאנען צו אפהאלטן קומענדיגע וואך סעפטעמבער 25, דער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז אויב עס וועלן אויסברעכן אומרוען וועט זיך דער איראקער מיליטער אריינמישן, און עס זענען ערווארטעט צו פארקומען געוויסע אומרוען אין שטעט ווי עס איז דא א געמישטע באפלעקערונג פון קורדן און אראבער.

די קורדן געפונען זיך אונטער אינטערנאציאנאלע דרוק צו אפרופן דעם רעפערענדום, דאס ווייסע הויז האט אין א סטעיטמענט דעם דאנערשטאג פארלאנגט פון די קורדן צו ״אפרופן דעם רעפערענדום און און אנשטאט דעם עפענען א ערנסטע דיאלאג מיט די צענטראלע רעגירונג אין באגדאד״ דאס קומט נאכדעם וואס דער סעקערטערי אף סטעיט טילערסאן האט שוין מיט א חודש צוריק אינטערווענירט און געבעטן די קורדן צו אפשטופן דעם רעפערענדום.

דער קורדישער פירער מסעוד ברזאני האט אפגעווארפן אלע פארלאנגען און סטראשונקעס און געזאגט אז זיי גייען פאראויס מיט׳ן רעפערענדום, אויך אין שטעט ווי עס איז דא א באדייטנדע אראבישע מערהייט, און האט געווארנט אז אויב דער איראקער מיליטער וועט פרובירן צו אינוואדירן שטעט וועלכע זענען אונטער קורדישע קאנטראל וועלן זיי רעאגירן מיט די פולע מיליטערישע מאכט פון די פאשמארגא מיליציעס.

די קורדן זענען די גרעסטע עטנישע גרופע אין די וועלט וואס פארמאגט נישט קיין אייגענע הערשאפט, און זיי קעמפן שוין פאר זעלבסשטענדיגקייט זינט די ערשטע וועלט קריג אין די צייט ווען פילע אנדערע גרופעס האבן באקומען זעלבסשטענדיגקייט, די שטח פון די קורדן איז צוטיילט געווארן צווישן איראן, טערקיי, איראק און סיריע.

בילד: איראקער רעגירונג וועט רעאגירן מיליטעריש צו קורדישע זעלבסשטענדיגקייט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל