אין סענט לואיס מיזורי גייט מען היינט אריין אינעם דריטן טאג פון די שטורעמישע פראטעסטן וואס האבן אויסגעבראכן נאכדעם וואס די ארטיגע פאליציי האט ריינגעוואשן דעם פאליציי אפיציר דשעיסאן סטאקלי וועלכער האט ערמארדעט דער 24 יעריגער אנטאני סמיט אין א אינצידענט וועלכע האט פאסירט אין 2011. דאס ריינוואשן סטאקלי אינעם מארד האט געברענגט אויפברויז און ווייטאג אין די ארטיגע שווארצע געמיינדע וועלכע זאגן אז זייער בלוט איז ווערטלאז ביי די פאליציי און פאליציאנטן צאלן נישט קיין פרייז פאר׳ן אומברענגען שווארצע יונגטליכע.

די פראטעסטן האבן זיך אנגעהויבן פרייטאג באלד נאך די אורטייל, פון אנהויב איז עס געווען פרידליך ביז עטליכע פראטעסטירער האבן געווארפן שטיינער אויפ׳ן הויז פונעם מעיאר און דאן אויף א פאליציי אויטא, און די פאליציי האט רעאגירט שטייף, דאס האט געעפנט א רונדע פון געוואלדטאטן צווישן די פאליציי און די פראטעסטירער וועלכע האלט שוין אן פאר דריי טאג.

די וואנדאליזם און געוואלדטאטן קומען פאר אין די שאטן פון די נאכט נאכדעם וואס די בייטאג פראטעסטן זענען געענדיגט, די וואנדאלן טוען אויסהאקן שויבן פון געשעפטן און אטאקירן פאליציאנטן, געוויסע באריכטן זאגן אז אויך די פאליציי טוט זיך באגייט מיט אויסטערלישע ברוטאליטעט קעגן פראטעסטירער. דערווייל האט די פאליציי באריכטעט איבער 80 ארעסטן.

בילד: 3 טעג פון געוואלדטאט אין סענט לואיס צוליב פראטעסטן קעגן פאליציי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל