אין ליכט פון די לעצטע פארשארפערונג אין די רעטאריק צווישן טעהראן און וואשינגטאן האט א הויכראנגיקע גענעראל אין די רעוואלוציאנערע גווארדיע דערקלערט אז זיין לאנד איז איבערגעשטיגן אמעריקע ווען עס קומט צו קאנווענציאנעלע וואפן און האט האט אנטוויקלט די גרעסטע און מאכטפולסטע באמבע פון סיי וועלכע מיליטער. די באמבע וועגט 10 טאן און קען געשיקט ווערן מיט א ספעציעלע פליגער וועלכע זי רופט ״אילוזיע״. די באמבע איז גרעסער און מער מאכטפול ווי די בארימטע ״מוטער פון אלע באמבעס״ וועלכע אמעריקע האט געווארפן איבער סיריע מיט א האלב יאר צוריק, און דער איראנער גענעראל האט דאס אנגערופן ״די פאטער פון אלע באמבעס״.

בילד: איראן זאגט אז זיי האבן די מאכטפולסטע באמבע אויף די וועלט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל