א בריטישע עירוועיס פליגער וועלכע האט געזאלט ארויספארן פון די שארל דע גאל לופטפעלד אין פאריז איז עוועקיואירט געווארן צוליב זיכערהייטס געפארן. דאס קומט אין א צייט וואס אייראפע - און ספעציעל ענגלאנד - געפונען זיך אויף א הויכע אלערט נאך די טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען דארטן דעם פרייטאג. פאליציי האט ארומגענומען דעם פליגער און אונטערזוכט מיט שמעק און הונט און ספעציעלע אפאראטן און נאכדעם וואס זי האט גארנישט געפונען האט זי געזאגט אז ווי עס שיינט איז די ווארנונג געווען א פאלשע ווארנונג.

בילד: בריטישע פליגער עוועקיואירט אין פאריז צוליב פאלשע ווארענונג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל