פרעזידענט טראמפ האט געעפנט זיין ערשטע באטייליגונג אין די פעלקער פאראיין גענעראל פארזאמלונג מיט אן אפיל צו די אנפירער פון די קערפערשאפט צו דורכפירן פינאנציעלע און ארגאניזאטערע רעפארמען צו איינצוימען קאסטן און העכערן איר עפעקטיווקייט אין קאטעסטראפעס ארום די וועלט. דער פרעזידענט האט אונטערגעשטראכן אז די בודשעט פונעם פעלקער פאראיין האט זיך פארטאפלט אין די לעצטע 17 יאר, אבער אין די זעלבע צייט האט זי זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט אזוי עפעקטיוו ווען עס קומט צו גלאבאלע קריזיס.

אין א זיצונג מיט די גענעראל סעקערטאר אנטאניא גועטערעס האט דער פרעזידענט געזאגט אז ״אין די לעצטע יארן האט די פעלקער פאראיין נישט געגרייט איר פולע פאטענציאל צוליב איבריגע ביוראראקראטיע און איבריגע אויסגאבן, עס איז געקומען די צייט צו קאנצעטרירן מער אויף מענטשן און ווייניגער אויף ביוראקראטיע״. דער גענעראל סעקערטאר האט איינגעשטימט מיט׳ן פרעזידענט און געזאגט אז דאס איז א צענטראלע טייל פון זיין אגענדע אלס אנפירער פון די קערפערשאפט.

דער פרעזידענט האט זיך אבער צוריקגעהאלטן פון זיין געווענליכע רעטאריק וואס ער האט גענוצט אין די פארגאנגענהייט ווען ער האט אראפגעריסן די פעלקער פאראיין אלס פיינטליך צו אמעריקע און אלס אומקאמפעטענט, און האט געסטראשעט צו אוועקנעמען די פינאנציעלע שטיצע וואס אמעריקע שענקט פאר די פאראיין. ניקי העילי, די פארשטייערין פון אמעריקע האט געזאגט אז דער פרעזידענט האלט אז די פעלקער פאראיין האט זיך געטוישט אונטער דעם יעצטיגן סעקערטאר און דעריבער האט ער גענוצט א געמאסטענע טאן.

בילד:פרעזידענט טראמפ אפעלירט פאר רעפארם אינעם פעלקער פאראיין


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל