שטייענדיג נאך אין די שאטן פון האריקעין הארווי און האריקעין אירמע טוען וועטער אינסטאנצן באריכטן איבער נאך צוויי האריקעינ׳ס וואס אנטוויקלן זיך אינעם אטלאנטיק און טוען זאמלן שטארקייט. די צוויי האריקעינס, איינע ווערט גערופן האריקעין האזעי. און די צווייטע האריקעין מאריא, ביידע זענען אויפ׳ן וועג צו באטרעפן די קאריביער אינזלן און מעגליך די צפון מזרח פון די פאראייניגטע שטאטן.

האזעי וועט מעגליך אנפאלן ארום דעלעוועיר און מאסעטשוסעס, און מעגליך אויך ניו יארק, אבער עס איז ערווארטעט אז עס וועט בלויז אנמאכן לייכטע פארפלייצונגען און שטורעמס, אבער נישט קיין ערנסטע מאסיווע שאדנס, אבער דערווייל זעהט אויס אז מאריע שטעלט א ערנסטע געפאר פאר פארטא ריקא און איז ערווארטעט צו אנפאלן אלס א קאטעגאריע 3 האריקעין מיט ווינטן פון ארום 120 מ.פ.ש. וועט עס וועט דערגרייכן פארטא ריקא דעם מיטוואך.

אלע קאריביער אינזלן זענען אונטער א האריקעין וואטש און באטראכטן פון די נאנט די אנטוויקלונג פונעם שטורעם וואס קען מעגליך אנפאלן אויך אויף אינזלן וועלכע האבן נארוואס געליטן שווערע קאטעסטראפעס פון האריקעין אירמע.

בילד: צוויי פרישע האריקעין באדראעט פארטא ריקא און פאראייניגטע שטאטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל