אין די לעצטע טעג האט די פרואוו צו אנולירן אבאמא קעיר באקומען פרישע שטיצע אין סענאט אויך צווישן מעסיגע רעפובליקאנער, און אצינד איז דא א שטערקערע מעגליכקייט אז די רעפובליקאנער וועלן באווייזן צו אויפטרייבן די 51 שטימען וואס פעלט זיך אויס צו אנולירן דעם געזעץ. די נייע ביל וועלכע איז געספאנסערט דורך ביל גרעהעם פון סאוט קאראליינע אינאיינעם מיט ביל קאסידי פון לואיזיאנע. און די אונטערשטע שורה פונעם ביל איז צו געבן די געלטער וואס אבאמא קעיר קאסט דירעקט פאר די סטעיטס און זיי וועלן האבן די פולשטענדיגע לעצטע ווארט וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט.

די ביל האט באקומען די קריטישע שטיצע פון סענאטאר דשאן מ׳קעין פון אריזאנע, וועלכער איז געווען די שטימע וואס האט צושטערט די פריערדיגע פרואוו צו אנולירן אבאמא קעיר, מ׳קעין איז לויט באריכטן גרייט צו שטיצן דעם ביל נאכדעם וואס עס האט באקומען די שטיצע פון די גאווערנער פון זיין סטעיט דער אריזאנע גאווערנער דאג דוסי. אין די פארגאנגענהייט האט מ׳קעין געזאגט אז ער וועט שטימען בלויז פאר א ביל וואס וועט האבן די שטיצע פון זיין גאווערנער.

גרעהעם און קאסידי ארבייטן אינאיינעם מיט דעם מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל צו אדורכפירן דעם ביל נאך פאר ספעטעמבער 30 וויבאלד דעמאלטס איז די דעד-ליין צו אריבערפירן ביל׳ס וועלכע זענען פארבינדן צו די פעדעראלע בודשעט פונעם קומענדיגער יאר, און מען קען עס אריבערפירן מיט בלויז 51 שטימען, נאכדעם פעלט זיך אויס 60 צו איבערקומען א פיליבאסטער.

בילד: רעפובליקאנער טרייבן אויף פרישע שטיצע פאר צו אנולירן אבאמא-קעיר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל