אין אלאבאמע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג א ספעציעלע פריימערי פארמעסט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט צו איבערנעמען די סענאט זיץ וועלכע איז געהאלטן געווארן 20 יאר דורך אטוירני דשענעראל דזשעף סעשאנס. זיבן קאנדידאטן פארמעסטן זיך אין די פריימעריס, אריינגערעכנט דער צייטווייליגער סענאטאר לוטער סטרענדש, דער געוועזענער אטוירני דשענעראל פון אלאבאמא וועלכער האט היינט באקומען די אינדארסירונג פון פרעזידענט טראמפ, זיין אינדארסירונג איז וויכטיג אין א סטעיט וואו ער האט געווינען מיט 62% אין די פרעזידנעטליכע וואלן. די פארמעסט ווערט שטארק נאכגעפאלגט נאציאנאל צו זעהן ווי שטארק די איינפלוס פונעם פרעזידענט איז נאך צווישן זיין אייגענע באזע.

בילד:פרעזידענט טראמפ אינדארסירט לוטער סטרענדש פאר סענאט זיץ אין אלאבאמע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל