דאס ווייסע הויז און געהילפן פונעם פרעזידענט טוען שטארק אראפרייסן דעם מאיאריטעט פירער פון סענאט מיטש מ׳קאנעל פאר׳ן מאכן עפנטליכע קאמענטארן נעכטן אין וועלכע ער האט אנגעדייטעט אז דער פרעזידענט פארשטייט נישט די לעגיסלאטיווע סיסטעם, מ׳קאנעל האט געזאגט אז דער פרעזידענט האט איבערגעטריבענע ערווארטונגען פון קאנגרעס און סענאט און פארשטייט נישט וויאזוי די דעמאקראטישע פראצעדור ארבייט. דער ווייסע הויז דירעקטאר פון סאציאלע מידיע דען סקאווינא האט אראפגעריסן די באמערקונגען אלס נאך פוילע תירוצים פונעם פירער. די ווערטער האבן אויך געברענגט א שטורעם אויף די סאציאלע מידיע ווי טראמפ שטיצער האבן גערופן פאר זיין רעזיגנאציע פון די פירערשאפט פאזיציע.

בילד: ווערטער קריג צווישן ווייסן הויז און סענאט מאיאריטעט פירער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל