נעכטן האט מען  געזען א ביישפיל וויאזוי פרעזידענט טראמפ פירט זיין אדמינסטראציע און פאליסיס. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די דראמאטישע ווארענונג וואס ער האט געשיקט צו נארט קארעא געווען א שאק צו זיין אייגענע שטאב מיטגלידער, און באריכטן פון אינערהאלב די אדמינסטראציע זאגן אז פילע ראטגעבער האבן אים געראטן נישט צו רעאגירן. זיין ווארנונג איז נישט געווען פארגעשריבן און איז נישט דיסקוטירט געווארן מיט זיינע ראטגעבער, דאס איז א גאר זעלטענע זאך אז אזא קריטישע סטעיטמענט זאל נישט ווערן גרונטליך אויסגעארבעט און צייגט אויף זיין אייגנארטיגע סטיל פון פירערשאפט, די ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע האקעבי האט באשטעטיגט אז עס איז נישט געווען אנגעגרייט די פונקטליכע ווערטער, אבער זאגט אז עס איז געווען א פאשרטענדעניש אז דער פרעזידענט וועט רעאגירן מיט שארפע ווערטער.

בילד: טראמפ׳ס ווארנונג צו נארט קארעא איז געווען ארויס פון ארבל



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל