אין די לעצטע וואכן האט מען געהערט שארפע רעטאריק פון ווייסן הויז קעגן דעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מולער, און די קלאנגען און באריכטן וועלכע פארציילן אז פרעזידענט טראמפ זוכט א וועג צו פטור ווערן פון אים, א זאך וואס האט געברענגט קאנגרעס און סענאט צו באטראכטן די לעגאלע קאנסעקווענצן פון אזא שריט, און עטליכע סענאטארן שטעלן צוזאם לעגיסלאציע צו באשיצן די אויטאריטעט פון דעם ספעציעלן אויספארשער.
פרעזידענט טראמפ אליין האט געשריבן אויף טוויטער אז ער האט די לעגאלע אויטאריטעט צו אפזאגן דעם ספעציעלן אויספארשער, און האט אויך נישט געשפארט קיין פערזענליכע אטאקעס קעגן אים און אים אראפגעמאלן אלס פארטייאיש און פאליטיש גענויגט קעגן אים טראץ וואס ער איז א לאנגיעריגער רעפובליקאנער.
אבער ווי עס שיינט האט פרעזידענט טראמפ געטוישט סטראטעגיע - ווארשיינליך אונטער די איינפלוס פונעם נייעם שטאב הויפט קעלי - און האט געשיקט א מעסעדש פון איבערבעטונג פאר׳ן ספעציעלן אויספארשער. דער פרעזידענט׳ס הויפט לעגאלע ראטגעבער דשאן דאוד האט געזאגט אז דער פרעזידענט האט אים געבעטן צו איבערגעבן פאר׳ן ספעציעלן אויספארשער אז דער פרעזידענט אנערקענט זיין וויכטיגע מיסיע און דרוקט אויס דאנקבארקייט פאר זיין ארבייט.
די טויש אין די צוגאנג פונעם פרעזידעט קומט עטליכע טעג נאכדעם וואס דער ספעציעלער אויספארשער האט צוזאמענגערופן א ׳גרענד דשורי׳ וואס באדייט אז די אויספארשונג גייט אריין אין אן ערנסטערע פאזע, עס איז מעגליך אז דאס האט באוואויגען דעם פרעזידענט צו נעמען א מער פארזיכטיגע צוגאנג, אדער איז עס די איינפלוס פונעם נייעם שטאב הויפט וועלכע האט ווי עס שיינט א שטארקער איינפלוס אויפ׳ן פרעזידענט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה