עס איז היינט באקאנט געווארן אז עף-בי-איי אגענטן זענען איבערגעפאלן די הויז פון פאול מאנאפארט, דער געוועזענער פארזיצער פון די טראמפ קאמפיין, און האבן קאנפיסקירט דאקומענטן און מאטריאל וועלכע קענען זיין ווערטפול פאר די אויספארשונג ארום די מעגליכע מיטארבייט פון די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, דאס איז גאר דראמאטישע נייעס וויבאלד אזא אבלאווע ווערט נאר באשטעטיגט דורך א ריכטער ווען עס איז דא א באלדיגע סיבה צו טראכטן אז דער פארשוין באהאלט אינפארמאציע וועלכע קענען זיין ווערטפול.
מאנאפארט האט געהאט אין די פארגאנגענהייט פארבינדונגען צו רוסלאנד און האט פארטראטן אינטערעסן פון רוסלאנד אלס סטארטעגיסט, אן אדוואקאט וועלכע פארטרעט מאנאפארט האט באשעטעטיגט דעם באריכט און געזאגט אז מאנאפארט קאאפערירט מיט די אויספארשער. די אבלאווע איז פארגעקומען יולי 26, א טאג נאכדעם וואס מאנאפארט האט אויפגעטרעטן פאר א פארהער פארנט פון א פאנעל אין סענאט וואס געט זיך אפ מיט די אויספארשונג, דאס איז געקומען טראצדעם וואס מאנאפארט האט פרייוויליג איבערגעגעבן הונדערטער דאקומענטן, אזא אבלאווע מיינט אז די אויספארשער זענען געווען ביי די מיינונג אז ער טוט באהאלטן קריטיש וויכטיגע אינפארמאציע.
זינט ער איז באשטימט געווארן אין מאי האט דער ספעציעלער אויספארשער ראבערט מולער צוזאמענגעשטעלט א שטאב פון איבער דרייסיג געניטע אויספארשער וועלכע פארנעמען זיך מיט די אויספארשונג, די נייעס איבער די אבלאווע און זיין לעצטע שריט פון רופן א גרענד דשורי טוט אנדייטן אז עס איז דא א באזיס פאר קרימינאלע קלאגעס פאר געוויסע אין די טראמפ קאמפיין.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה