א שווערע ערד ציטערניש וואס האט נעכטן באטראפן די שינגאנג ראיאן אין כינע, די ערדציטערניש - 6.5 אויפ׳ן ריכטער וואג - האט באטראפן א געגענט וואס דינט אלס שטארקע טוריזם אטראקציע, און האט איבערגעלאזט אמווייניגסטנס 19 טויטע און 247 פארוואונדעטע. רעטונג ארבייטער ארבייטן שווער צו טרעפן איבערלעבער און העלפן די פארוואונדעטע, א שווערע מיסיע צוליב דעם וואס אלע עלעקטראנישע און טעלעפאנישע איינריכטונגען זענען רואינירט געווארן פון די ערד-ציטערניש. די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז איבער 30,000 טוריסטן זענען עוועקיואירט געווארן פון די געגענט אין די לעצטע 24 שטונדן.

זעה: בילדער און ווידיאס

בילד: רעטונג ארבייט גייט אן אין כינע נאך ערד ציטערניש



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל