די פעדעראלע פאוסטעל סערוויס טוט אין די לעצטע יארן פארלירן א געוואלד מיט געלט יעדעס יאר, הויפטזעכליך צוליב אגרעסטיווע קאנקורענץ אין די שיפינג אינדוסטרי. דערווייל האט די פאוסטעל סערוויס געהאלטן די זעלבע פרייזן פאר איבער 50 יאר, און בלויז ארויפגעריקט די פרייזן אין איינקלאנג מיט די אינפלאציע, אבער א קאמיסיע וואס האט דורכגעפירט א טיפע איבערזיכט אין די פאוסטעל סערוויס האט רעקאמענדירט פאר די רעגולאציע קאמיטע פון די פאסט סערוויס צו העכערן פרייזן, ספעציעל פאר פוירסט קלאס סטעמפס וואס שטייען יעצט ביי 49 צענט, די טויש אין פאליסי טוט שטארק באזארגן פארשידענע אינדוסטריס וואס האבן בענעפיטירט פון די ביליגע פרייזן ווי צום ביישפיל די מאגאזינען פירמעס און נאך, אבער אנאליסטן האלטן אז דאס איז די איינציגע וועג פאר די אגענטור צו איבערלעבן. עס איז מעגליך אז די פרייזן וועלן שוין געהעכערט ווערן קומענדיגע מאנאט.

בילד: פאסטעל סערוויס זוכט צו העכערן פרייזן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל