אלבאני – געמיינדעס און שטעט לענגאויס ניו יארק, וועלן באקומען ספעציעלע געלטער זיי צו העלפן זיין גרייט פאר עמורדזשענסיס, וואס די געלטער וועלן קומען פון א ספעציעלן פאנד וואס די פעדעראלע רעגירונג האט צוגעשטעלט, אין ווערד פון 220 מיליאן דאלאר. גאווערנאר ענדרו קאומא האט געמאלדן די פרישע געלטער פארטיילונג, זאגנדיג אז דאס וועט גענוצט ווערן צוצוגרייטן איינוואוינער לענגאויס דער גאנצער סטעיט, פאר סיי וועלכע עמורדזשענסי, אריינגערעכנט נאטורליכע קאטאסטראפעס ווי האריקעינס און פארפלייצונגען, און אזעלכע עמורדזשענסיס ווי טעראריזם און ענליכס. גאווערנאר קאומא זאגט אז די גרעסטע פראצענט פון די געלטער וועט נאטורליך גיין פאר ניו יארק סיטי, וועלכע שטייט אויס די גרעסטע טעראר געפאר פון סיי וועלכע אנדערע געגנט אין דער סטעיט, און דערפון וועט גיין געלטער פאר די "פארט אויטאריטי". די איבריגע וועט גיין א גרויסע פראצענט פאר וועסטשעסטער קאונטי, לאנג איילענד, און וואס עס בלייבט איבער, וועט גיין פאר אלסטער, סאליווען און אראנדזש קאונטיס אין אפסטעיט.

בילד: געלטער פאר עמורדזשענסיס פארטיילט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל