ניו יארק – אן אמעריקאנער בירגער איז נעכטן געשטעלט געווארן פאר א פראצעס אין פעדעראלן געריכט אין ברוקלין, אויף קלאגעס אז ער האט געשטיצט די על קאידא טעראר גרופע און האט געהאלפן צוגרייטן א קאר באמבע אטאקע אין יאר 09' אויף אן אמעריקאנער מיליטערישער באזע אין אפגאניסטאן. פעדעראלע פראקורארן האבן אין יאר 15' ארויסגעשטעלט באשולדיגונגען אז דער פארשוין מוכאנאד מוכאמעד פארוק (Muhanad Mahmoud Al Farekh), א טעקסאס געבוירענער, איז געפארן פון קאנאדע קיין פאקיסטאן, מיט'ן ציל צו קעמפן קעגן אמעריקאנער זעלנער, דורך אונטערשטעלן באמבעס, און אויף א באמבע וועלכע האט אויפגעריסן נעבן אן אפגאנער אמעריקאנער מיליטערישע באזע אום יאנואר 19 יאר 09', האט מען געטראפן פארוק'ס פינגער אפדרוקן. פארוק האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף די קלאגעס אז ער האט פלאנירט צו דערמארדן אמעריקאנער זעלנער מיט דער אונטערגעשטעלטער באמבע, אבער אויב ער ווערט געפינען שולדיג, ערווארט אים א מאקסימום פון לעבנסלענגליכער טורמע.

בילד: פראצעס אויף אמעריקאנער על קאידאניק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל