וואשינגטאן – א פרישע באריכט צייגט אז פרעזידענט טראמפ'ס לאיערס האבן געלייגט דרוק אויף אים אז ער זאל ארויסווארפן דזשעראד קושנער פון ווייסן הויז. די לאיערס האבן זיך געטראפן מיט טראמפ אינמיטן זומער און אים געזאגט אז קושנער איז אין צענטער פון ראבערט מוללער'ס אויספארשונג, צוליב וואס קושנער האט געהאט אסאך זיצונגען מיט רוסישע באאמטע אין לויף פונעם קאמפיין, און וועגן דעם זאל טראמפ הייסן קושנער אפטרעטן פון ווייסן הויז. די ווייסע הויז פרעסע געהילפן האבן שוין אפילו געהאט צוגעגרייט א סטעיטמענט וואס קושנער האט געזאלט ארויסגעבן ביים פארלאזן זיין פאזיציע אין ווייסן הויז, וואו מען האט אים צוגעגרייט צו זאגן אז ער פארלאזט דאס ווייסע הויז צוליב וואס די מידיא זוכט נאר ארונטערצורייסן זיין שווער און שעדיגן די טראמפ פרעזידענטשאפט. טראמפ'ס הויפט לאיער, דזשאן דאוד, האט אבער נישט געהאלטן אז קושנער זאל אפטרעטן, און עווענטועל האט טראמפ באשלאסן צו לאזן קושנער אויף זיין אמט.

בילד: טראמפ לאיערס האט געוואלט ווארפן קושנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל