וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ שיקט אין די לעצטע טעג עטליכע סיגנאלן אז ער איז גרייט נאכצוגעבן אויף דער אישו פון זיין גרעניץ וואנט מיט מעקסיקא, און ער וועט נישט פארלאנגען פון קאנגרעס עס צו באשטעטיגן אינאיינעם מיט א ביל איבער "דאקא". טראמפ האט מיט 2 וואכן צוריק אנולירט דעם "דאקא" אימיגראציע פראגראם וועלכע באשיצט יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן פון דעפארטאציע, און זינט דאן האט ער געזאגט, אז ער זוכט בכלל נישט צו דעפארטירן די אלע יונגע אימיגראנטן, נאר ער וויל אז קאנגרעס זאל באשטעטיגן א געזעץ וואס זאל פאקטיש אריינשטעלן אין קראפט א געהעריגע פערמאנענטע געזעץ וואס שטעלט צו שוץ פאר די סארט יונגע אימיגראנטן. די דעמאקראטן זענען גרייט צו שטיצן אזא געזעץ, אבער זיי האבן מורא געהאט אז טראמפ וועט זאגן אז ער גייט עס נאר אונטערשרייבן אויב וועט קאנגרעס מיטלייגן געלטער פאר זיין גרעניץ וואנט. נעכטן האט נענסי פעלאסי, פירער פון די דעמאקראטן אין קאנגרעס, געזאגט אז טראמפ האט איר פערזענליך פארשפראכן אז ער וועט אונטערשרייבן א דאקא געזעץ אן דעם וואס עס זאל האבן סיי וואס צוגעטשעפעט דערצו.

בילד: טראמפ נאכגעביג איבער גרעניץ וואנט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל