לאנדאן — אן אכט יעריג אידיש אינגל איז שווער צעשלאגן געווארן אין לאנדאן אין אן אומפראוואצירטער אטאקע. לויט דער שומרים ארגאניזאציע אין לאנדאן, האט דער אינצידענט פאסירט מאנטאג, ווען דאס אינגל האט אהיימשפאצירט פון חדר אין סטעמפארד הילל, און א פארשוין איז אים איבערגעפאלן און אנגעהויבן מערדערליך צו שלאגן. עווענטועל האט ער זיך באוויזן צו באפרייען פונעם אטאקירער, ווען צוויי פיסגייער זענען אנגעקומען און אנגעהויבן נאכלויפן דעם אטאקירער, אבער דאס קינד איז געבליבן מיט ערנסטע וואונדן, זייענדיג טיף טראומאטיזירט און אויפגעשאקלט. לויט ווי די שומרים וואלונטירן דערציילן, האט דאס קינד פרובירט אהיימגיין ווייטער צופיס, אבער ער איז צוזאמגעפאלן ארויפגייענדיג די שטיגן, און פאר א קורצע וויילע איז ער געווען אזוי אין שאק, אז ער האט נישט געקענט ארויסרעדן קיין ווארט. זיינע עלטערן האבן אלארמירט די חברה הצלה, וועלכע האבן אים באהאנדלט אויפ'ן ארט און דערנאך אריינגעפירט אין שפיטאל. די מעטראפאליטען פאליציי האבן געזאגט אז זיי פארשן די אטאקע.

בילד: איבערפאל אויף קינד אין סטעמפארד הילל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל