טעקסאס — אידישע ארגאניזאציעס אין טעקסאס האבן אויסגעדרוקט האפענונג אז די פעדעראלע עמורדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור וועט אויך פארטיילן געלטער פאר זיי, צו קענען איבערבויען שוהלן און אנדערע אידישע געביידעס וועלכע האבן געליטן ערנסטע שאדנס פונעם מאסיוון האריקעין הארווי וועלכע איז אנגעפאלן טעקסאס מיט צוויי וואכן צוריק. אפיציעל טאר נישט די פעדעראלע רעגירונג שטיצן קיין רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אבער מ'האט שוין געזען עטליכע פעלער אז ווען ס'קומט צו אזעלכע סארט עמורדזשענסי געלטער, האט די רעגירונג געמאכט אן אויסנאם, און די אידישע ארגאניזאציעס אין טעקסאס צייגן אן אויף א מעסעדזש וואס פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט פאריגע וואך פרייטאג, פארשפרעכנדיג אז קירכעס וועלן באקומען פעדעראלע הילף, און דעריבער איז דא האפענונג אז בתי מדרשים וועלן זיין אריינגערעכנט. באזונדער האט מען געהערט פון עטליכע קאנגרעסלייט און סענאטארן, וועלכע האבן געזאגט אז מען דארף דורכפירן א געזעץ וואס זאל איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן אז פימא געלטער פאלט נישט אונטער דעם געווענליכן פארבאט פון רעגירונג שטיצע פאר רעליגיע.

בילד: טעקסאס אידן האפן פאר פימ"א געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל